Gilgulim

Français English
ישׂראל נעקראַסאָוו

כ'בין געבוירן געוואָרן אין 1970 אין פּעטערבורג (דעמאָלט לענינגראַד), און אין דער דאָזיקער שטאָט װױן איך עד־היום. איך האָב פֿאַרענדיקט דעם פֿילאָלאָגישן פֿאַקולטעט בײַם פּעטערבורגער מלוכה־אוניװערסיטעט. איך אַרבעט װי אַ ייִדיש־לערער אין פּעטערבורגער יודאַיִקאַ־אינסטיטוט און װי אַ סטאָליער אױף אַ קלײנער מעבל־פֿאַבריק. איך בין דער גרינדער און דער רעדאַקטאָר, בשותּפֿות מיט מײַנע פֿרײַנד און מיטרעדאַקטאָרן יואל מאַטװײעװ און יורי בערקאָװיטש, פֿון דער ייִדישער צײַטשריפֿט „דער נײַער פֿרײַנד“. מײַנע לידער אױף ייִדיש און איבערזעצונגען אױף ייִדיש פֿון רוסיש זײַנען דערשינען אין „די צוקונפֿט“, „יוגנטרוף“, „נײַע װעגן“ און אינעם עלעקטראָנישן זשורנאַל „דער באַװעבטער ייִד“.